אויף גיטקע-טייַבעלעס זאוווּלעק

Updated: Oct 6


September 23rd marks the 79th anniversary of the destruction of the Vilna ghetto. Remembering this tragic date, we publish a poem in Yiddish by the poet Moishe Teif.



אויף גיטקע-טייַבעלעס זאוווּלעק


משה טייף


אויף גיטקע-טייַבעלעס זאוווּלעק

טיר און טויער אָפן...

פּייַקל איך אין פּייַקעלע און וועק:

היי, שטייט אויף, גענוג צו שלאָפן!

היי, חכמה'טשעס,

ווערטל-זאָגער,

ספרים-שלינגער,

טשאָלנט-פרעסער!

קומט, די וועלט וויל זען אָט יענע,

יענע אַלע, וועלכע קענען

דאָ, אין געסלעך פינצטער-ענגע,

ווי די בינען האָניק ברענגען

ניט פון קווייטן אויף די ווייַטן,

נאָר פון וויגן, וווּ עס ליגן

נייַע וויטענבערגס און קולבאַקס...


שטייט שוין אויף! גענוג צו ליגן!

כ'טראָג פאַר אייַך דעם פרילינגס ניגון.

זאָל כאָטש איינער אויפשטיין, איינער!

נאָר קיינער ענטפערט מיר ניט, קיינער...

דער עולם שלאָפט.


קלאַפּ איך שטאַרקער אין מייַן פּייַקל, קלאַפּ איך...

אָט עס צינדן זיך די פלעקל!

ניין, עס ברענען מייַנע פינגער,

ָס'רינט דאָך בלוט פון מייַנע נעגל...

איז וואָס שווייַגט איר, ווילנער קינדער?

היי, חכמה'טשעס,

ווערטל-זאָגער,

ספרים-שלינגער,

טשאָלנט-פרעסער,

קומט, די וועלט וויל זען אָט יענע,

יענע אַלע, וועלכע שרייַען "קמץ-אַלף"

נאָך אין אינגעווייד בייַ מוטער,

עסן סקאָרינקעס אָן מוטיק,

טראָגן פייַער אין די פּאָלעס –

ווערט פון גזלה א מפּלה.

שטייט שוין אויף! גענוג צו ליגן!

כ'טראָג פאַר אייַך דעם פרילינגס ניגון...

זאָל כאָטש איינער אויפשטיין, איינער!

קיינער ענטפערט מיר ניט, קיינער...

דער עולם שלאָפט.


עפנט זיך אַ פענצטערל אין הימל...

מייַן געליבטע קוקט. ס'איז זי! בפירוש!

אַ גוט מאָגרן, טייַערע, גוט מאָרגן!

העלף מיר אויפוועקן דעם עם קשה עורף...


וועמען וועקסטו, מייַן געטרייַער, וועמען?

וואָס דו ווייסט ניט, נאַרעלע, דו נאַר,

אַז די ווילנער שלאָפן שוין דאָ מער ניט,

ווילנער שלאָפן אויף פּאָנאַר...



1945