אַ ווילנער ייִדישער אַנסאַמבל אויפֿן פֿעסטיוואַל אין קאַזאַן

Show 19 kazan

דעם 15טן און דעם 17טן סעפּטעמבער 2019 איז אין קאַזאַן – דער הויפּטשטאָט פֿון דער רעפּובליק טאַטאַרסטאַן (אַ רעגיאָן פֿון רוסלאַנד) - אויפֿגעטראָטן אַ ייִדישער מוזיקאַלישער אַנסאַמבל "פֿײַערלעך" פֿון ווילנע. ער האָט זיך באַטייליקט אינעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק מיט דער שטיצע פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

אין קאַזאַן זײַנען צונויפֿגעקומען די אויספֿירערס פֿון ייִדישער מוזיק פֿון מאָסקווע, טולאַ, אָמסק, אוליאַנאָווסק (רוסלאַנד), מינסק (ווײַסרוסלאַנד) און אַנדערע שטעט, אָבער "פֿײַערלעך" איז געווען די איינציקע גרופּע וואָס האָט געזונגען אויף ייִדיש – גאָר אַן עקזאָטישער שפּראַך פֿאַר יענעם רעגיאן, וועמענס עיקרדיקע באַפֿעלקערונג איז אַ מוסולמענישע.

אַ טייל קאָנצערטן זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם גרויסן זאַל "פּיראַמידע", דאָס רעשט – אונטערן פֿרײַען הימל. דער אַרײַנגאַנג איז אומעטום געווען אומזיסט. "פֿײַערלעך" איז אויפֿגעטראָטן צוויי מאָל: אינעם זאַל זײַנען געקומען אַ 500 צושויערס, אויפֿן פֿרײַען לופֿט – 1000.

דער דאָזיקער אַנסאַמבל עקזיסטירט זינט דעם יאָר 1972. זײַן פּערזאָן־באַשטאַנד האָט זיך געביטן עטלעכע מאָל, אָבער זײַן פּאָפּולערקייט בלײַבט שטענדיק אַ הויכע.